וויקיפּעדיע:אלע נייעס/תשס"ו/אלול
מראה
נייעס תשס"ו |
נייעס תשס"ז |
פרייטאג ערב ראש השנה כ"ט אלול (סעפטעמבער 22)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- נטורי קרתא אין איינער פון די פאנאנציעלע שטיצער פון נטרונא טרעפט זיך מיט איראנער פרעזידענט אונטער דעם נאמען זשוס אגענסט זייאניזם. ווי ער חזרט איבער אז די האלאקאויסט איז א פאבראצירטער פראפגענדא ליגענט פון די ציונים. און ווי זיי הערן פערזענליכע פארשפרענוג אז דער ענדע פון די ציוניסטישער מדינת ישראל איז זייער נאנט. [1]
- גוגל לייגט ראש השנהדיגע דודל אויף ישראלישע גוגל [2]
- צוויי שולען וואנדאלאזירט אין רוסלאנד [3]
- מדינת ישראל פארשטארקט זיכערהייט לכבוד ראש השנה [4]
- וויליאמסבורג: פוילישער גויטע קריטיש נאך עקסידענט אויף בראדוועי קארנער דריגס. [5]
- נייער טרענד וויזוי צו ציען פרומע קאסטומערס: גרעסטע פוירניטשער געשפעט אויף די וועלט, אייקיע עפענט שול אין געשעפט נאכדעם וואס זיי מאכן כשר דעם רעסטוראנט דארטן. [6]
- שוידערליכע משפחה סוד אויפגעדעקט: עלטערע 80 יאריגע פרוי וואס האט חתונה געהאט צו איד, איז געווען נאצי. [7]
- סאטמאר מחלוקת: גאבד עדה החרדית ר' יצחק טובי' ווייס אנערקענט אפיציעל עטליכע סאטמאר אדמורים. [8] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
דאנערשטאג ה' סליחות כ"ח אלול (סעפטעמבער 21)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- די אָרגאַניזאַציע שופר בראש פין הרב אמנון יצחק שליט"א גיט ארויס פילם אז הערצעל איז געווען אן אנטעסעמיט אין געוואלט שמד פאר כלל ישראל (זעה פילם דא) [9] אין די קנעסעט-מיטגלידער זבולון אורלאָוו רופט צי פארבאטען די פילם [10] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- פרעזידענט בוש ערקלערט אז ער נעמט גאר ערענסט סטראשע פון איראן פרעזידענט אפציווישן ארץ ישראל פון די מאפע. [11] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- וויליאמסבורג: ר' אברהם לייטנער רופט צו קאנטער פראטעסט פארן יו.ען. אין מאנהעטן נאך דעם וואס אגודת ישראל פראסטעסטירט קעגן איראן פרעזידענט אכמאדיניזשאד. [12] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- בילדער פון נייע ארוינים סאטמאר שול אין וויליאמסבורג. [13] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- 8'טער פרוי קומט אפיר צו באשולדיגן מדינת ישראל פרעזידענט משה קצב אין זיך אויפירן ווי א מנובל, אז ער האט איר סעקסואל באלעסטיגט. [14]
- ירושלים: חרדים באפאלן בילדינג אינספעקטאר אינמיטן טאן זיין זשאב. [15] (ארכיווירט 28.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- איבער הונדערט טויזענט לולבים קאנפעסקירט פון מארקעט פאר אומלעגאל אימפארטירט קיין ארץ ישראל. [16]
מיטוואך ד' סליחות כ"ז אלול (סעפטעמבער 20)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- נטורי קרתא ארבעט אויסגעצאלט: פרעזידענט פון איראן אין אן אינטערוויו מיט טיים מאגאזין זאגט ציונים זענען אנדערש ווי יודען. [17] (ארכיווירט 20.09.2006 ביי דער Wayback Machine)
- רעפ ווידיאו לכבוד ראש השנה. [18] (ארכיווירט 08.01.2007 ביי דער Wayback Machine)
- וויליאמסבורג: קוים א חודש נאך מאנסי פלייש סקאנדאל, קומט אנזאג פון הרב בערגער מישקאלץ רב אז ער נעמט אראפ די הכשר פון די פאפולערע שמחה זאל ווייט פאראדייס, אן אנגעבן סיבה אויפן צעטל פארוואס. [19] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- והיה עינך רואות: נייער שטאפל אין בילדער פון רבי'ס און ראשי ישבות מיט רבנים, נאך מאגאזין'ען און צייטונג'ען פאפולעריטעט פרובירט גל פז אויס נייעם מידיע, חודש'ליכע סי.די. פון ווידיאו פון אלע טיש'ען און געשענישען אין די הויפן פון גדולי ישראל. [20]
- ארטאדאקס אידישער שנארער בייטאג, פארשטעלט זיך ווי א פרוי ביידערנאכט. איז מודה אין הארגענען אנדערן פרומען ספדרישן איד וואס איז געווען זיין לענדלארד. [21]
- אנקעטע: דריי פערטל רבנים זענען קעגן פרעסע זאל פארעפנטליכן זייערע סקאנדאלן פון עוולות, אפיציעל אלס חילול ה' און נישט זייער אייגן כבוד. [22]
- צום ערשטן מאל אין היסטאריע: ערשיינט חרדישער קינדער קליידונג מאדע קאטעלאג מאגאזין. [23]
דינסטאג ג' סליחות כ"ו אלול (סעפטעמבער 19)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אמעריקע: נייער חרדישער מאגאזין, מיטן נאמען בינה, ארויסגעגעבן דורך המודיע פאר פרויען און קינדער אין ענגלישן שפראך, דירעקט צו קאנקורירען מיטן ארץ ישראל'דיגן איבערגעטייטשן משפחה (מאגאזין) וואס איז ביז היינט געווען די איינציגסטע ענגליש וואך'ענטליך חרדיש מאגאזין. [24]
- ניו יארק טיימס באוויינט אראטאדאקסישער וואוקס פון אידן איבער רעפארם אין 5 טאונס נאכדעם וואס זיי נעמען איין סקול דיסטריקט שניידענדיג בוזשעט פון פרייע פובליק סקול. [25]
- מאנסי פלייש סקאנדאל ווערט שוין פארנוצט אלס פראפעגאנדע פאר צדקה פאר עניי ארץ ישראל. [26]
- ווידיאו: ראש השנה אין אומאן. [27] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ווידיאו: סליחות אין בעלזא - ירושלים. [28] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- לייוו סי.ען.ען. אינטערוויאו ווידיאו קליפ: זשארזש סאראס פארגלעכענט פרעזידענט בוש'ס מלחמה מיט טעראר צו נאצי פראפעגאנדע. [29]
- גאווערנער פאטאקי לייגט ענדע צום פארהאנדעלן מיט פאליציי ווען מ'באקומט ספידינג טיקעט עס זאל נישט ארויפגיין פוינטס אויפן לייסענס. [30] (ארכיווירט 27.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- וויליאמסבורג: אפגעשפארטע בנין פון אהרונים שפלינטער חדר, נאך אלס נישט געעפנט, בנין ענהאלט איבער 600 קינדער פון כיתה ד' (8 יאר) אין העכער, ר' אריה לייב גלאנץ פארהאנדעלט נאך מיט שטאט צוריק צו עפענען געביידע. [31]
- דייטשלאנד: רעפארם באוועגונג פרובירט זיך הייבן דעם קאפ איבער ארטאדאקסישער העגמאניע פון רבנים מיטן הילף פון ארטיגן רעגירונג, נאכדעם וואס פרומער רב אנטזאגט צו געבן זיין האנט פאר פרוי פאליטיקער שאפענדיג סקאנדאל. [32]
- קבר רחל נאכאלסט אין סכנה טראץ גרויסן וואנט וואס נעמט ארום גאנץ ירושלים. [33]
- ווירזשיניע העפטיגער סענאט קאמפיין פון אנטי-מלחמה דעמאקראט אראפציווארפן רעפובליקאנער סענאטאר וועט פארקריוועט אין באשולדיגונג אז דער אמטירענדער איז גאר א איד. וואטש לייוו ווידיאו קליפ פון דעבאטע. [34] (ארכיווירט 15.11.2006 ביי דער Wayback Machine)
- ראב"ד עדה החרדית ר' משה שטערנבוך באזוכט כפר חבד צו באקוקען אתרוגים. [35] (ארכיווירט 27.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- סקאנדאל: הרב אפרתי געבט השגחות איבער כשרות פאר עסענווארג פארבריקן וואס זענען מחלל שבת נאכן אונטערשרייבן שטר היתר מכירה. [36] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
מאנטאג ב' סליחות כ"ה אלול (סעפטעמבער 18)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- י"ט חשוון ה'תשס"ז וועט פארקומען א שטאלץ פאראדע אין ירושלים. [37]
- שטודיע: פרייע פארלאזן צוביסלעך ירושלים, אין צען יאר ארום וועט דער הויפטשטאט פון ארץ ישראל זיין א הויל חרדישער שטאט [38]
- הונט פארלאזט נישט הויז פון נפטר אין מאה שערים נאר נאך א קדיש [39]
- ראשון לציון רב שלמה עמאר פסקענט אז הונט דארפן ווערן מסורס בלויז דורך גוים. [40] (ארכיווירט 26.10.2007 ביי דער Wayback Machine)
- פאליציי אין ארץ ישראל גרייטן זיך צום מצעד הגאוה מיטן באוואוסטזיין אז חרדים וועלן טוען אלעס וואס מעגליך עס צו צושטערן [41] (ארכיווירט 28.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- סאודי אראביע: גלויביגע 135 יעריגע פרוי געשטארבן. שטייגט איבער אלע ביז יעצטיגע ווערסיעס פון עלטסטע מענטשן אין די וועלט. [42] (ארכיווירט 28.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- לאנדאן: אטאקירער פון אינג אידיש מיידל ארעסטירט. [43]
- הרב שטיינעמאן באזוכט ירושלים; לאזט זיך בענטשען ביי הרב אלישב; ביי כ"ק אדמור מבעלזא; און זאגט דרשה אין מיר ישיבה. [44]
- דראמא אין פאריז: חברה קדישא גראבט אויף קינדער פון חוזה המדינה זיי צו מפנה זיין קיין ארץ ישראל, אבער הערצל'ס זון נעלם געווארן פון זיין קבר. [45]
- וויליאמסבורג: ר' משה דוד נידערמאן מיט קאנסולמאן דעיוויד יאסקי טוישן מיינונג לגבי פערוועזירן אלטע לענד מארק בילדינגס, אנדערשט ווי ביי ר' אליעזר קעסטענבוים און ר' מאיר הירש בילדינג זענען זיי די מאל יא קעגן ריעל עסטעיט דעוועלאופער וואס ווילן איינווארפן אלטע בנין צו בויען דירות. [46] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- קרוין הייטס: בחורים כאפן געהארגעטע שלעק פון שווארצע גוים. [47]
- מאנסי: פעדעפייל ארעסטירט. [48] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- קוילן אריינגעשאסן אין אוסלא שול. [49] (ארכיווירט 01.10.2007 ביי דער Wayback Machine)
- וועלט'ס גרעסטער ביזנעסמאן ווארען באפעט שטאט אפ באזוך אין ארץ ישראל. [50] (ארכיווירט 01.10.2007 ביי דער Wayback Machine)
- זכרון חסידות אומות העולם: נאן וואס האט זיך געלאזט הארגענען פון נאציס ביי צווייטער וועלט קריג אפצוראטעווען 1000 אידן, באשיין'ט. [51] (ארכיווירט 26.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- שול אין טאזשיקיסטאן צווייטער מאל וואנדאלאזירט אין איין חודש. [52]
- פויפסט אנטשולידיגט זיך פאר זיינע ווערטער קעגן דעם נביא שקר מוכאמעד אז ער האט נאר אראפגעברענגט איין גוטע זאך: צו פארשפרייטן גאט'ס ווארט מיטן שווערד און בלוט פארגיסונג. [53]
- רב הראשי הרב עמאר פארדאמט פויבסט. [54]. [55]
זונטאג א' סליחות כ"ד אלול (סעפטעמבער 17)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- הונדערטע טויזענטע אידן איבער די גארער וועלט גיסן היינט זיך אויס די הארץ פארטאגס אין די שולן זאגענדיג סליחות. [56]
- מאנסי: שווארצע ציווילע רעכטן גרופע ען.עי.עי.סי.פי. קלאגט אן מעדיקל צענטער אין געריכט פארן פארשפארן שבת, דערמיט צוויגענדיג די אידישע רעליגיע אויף די ארומיגע גוים. [57] (ארכיווירט 27.06.2007 ביי דער Wayback Machine)
- איטאליע: פרוי שרייבער וואס האט אויפגערודערט די וועלט נאך סעפטעמבער 11 טעראר אטאקעס, מיטן באשולדיגונג אז אייראפע האט זיך פארקויפט איר נשמה פאר איסלאם, געשטארבן. [58] (ארכיווירט 01.10.2007 ביי דער Wayback Machine)
- געזונטהייט ווארענונג: עף.די.עי. ווארענט נישט צו עסן קיין שום ספינעטש נאך אי.קאליי אויסברעך פון מער ווי 100 פעלער אין אמעריקע וואס האבן געגעסן ספינעיטש. [59]
- כ"ק אדמו"ר מקאליב. ארץ ישראל אין תענית דיבור צום יארצייט פון חפץ חיים. [60]
- הרב יצחק גינזבערג נאכאמאל ארעסטירט פארן העצן מיט ראסיסטישע תורה ארטיקלן קעגן אראבער. [61]
פרייטאג נצבים וילך כ"ב אלול (סעפטעמבער 15)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- חרדישער אינגערמאן פון קרית יואל ארעסטירט פאר מאני לאונדריאונג און ארויסהעלפן אין שוועררע הונדערטע טויזענטע דאלער שווינדל, און נישט צאלן שטייער. [62] עס ווארט אים 15 יאר טורמע אויב געטראפן שולדיג. [63] (ארכיווירט 12.05.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ארץ ישראל: בלויז 44 פראצענט חרדים ארבייטן פאר פרנסה. [64]
- קאזאקיסטאן עפענט אויף וועלט ברייטע קאמפיין קעגן פרומען אידישען בדחן סאשא בורען כהן, פארן אראפמאלן זיי אלטס אנטיסעמיטן. [65]
- חבד האט שטארק הצלחה אין דרום פלארידע. [66]
- ווער וואונט אין ירושלים?: אידן אנטלויפן און אראבער וואקסן. [67] (ארכיווירט 06.01.2007 ביי דער Wayback Machine)
- איטליע: ליבעראלער אידישער בדחן האלט אונטער דאס פאלק מיט סוקסעספולער שוי מיטן נאמען אידישקייט, גענומען פון זיין אפשטאט יום כיפור אין א קליין שטיבעל אין מילאנוי. [68]
- מאה שערים: קנאים כאפן צוריק שלעק אין זייער קאמף קעגן ישראל אהרן קלעצקין. [69]
- פעליטאן: קטלא קניא באווינדערט מאנסי פלייש סקאנדאל וואס האט פאראייניגט אלע רבנים און אויפגעשאקעלט דעם מאנסי פעסיכאפאט. [70] (ארכיווירט 27.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- מאנטשעסטער: רב וואס האט כסדר באזוכט שאנד הויז האלט אן אמט, ווערט נאכאלסט געפארשט דורך אנדערע רבנים. [71]
- אלי וויזעל עפענט קאמפיין אויסצושליסן איראן פון יו.ען. פארן לייקענען האלאקאוסט און טשעפען ארץ ישראל. [72] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- לחיים: שטודיע צייגט אז טרונקען אלכעהאל אינמיטן טאג מאכט א בעסערע ביזנעסמאן. [73] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- געוועזענער דעמאקראטישער פרעזידענט רופט צו באזיגן זשאו ליבערמאן. [74] (ארכיווירט 10.11.2006 ביי דער Wayback Machine)
דאנערשטאג כ"א אלול (סעפטעמבער 14)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דייטשלאנד: 3 רבנים באקומען סמיכה פון אברהם גייגער קאלעזש ערשטע מאל זינט האלאקאוסט. [75]
- אנאליז: שטריימל (בלאגער) איבער די סכנה פון אינטערנעט. נישט אז עס ברענגט צו שמוץ, נאר צו באפריינדן זיך מיט גוים; חילול שבת; און איינזעהן די שאקירענדער אויפדעקונג אז גוים האבן אויך א נשמה. [76]
- רב המכשיר אין אלבאני ארעסטירט מיט זיין רעביצען פארן ארויספאפן פון זייער פאטער הונדערט טויזענט דאלער אן רשות פון געשוויסטער. [77]
- הלל (חזרה בשאלה) פארטיילט קאלעזש פרייע סקאלערשיפ פאר אפגעפארע חרדישע בחורים. [78]
- עובדיה יוסף אפגעפירט אין שפיטאל. [79]
- דאקטוירים ערקלערן קריג קעגן די צופיל זאלץ אין אמעריקע'ס עסענווארג. [80]
- צפת: חרדישער גר צדק געבוירן אין חיזבאלא לענד לבנון. [81]
- איד ווערט הויפט אל קאעידא טעראריסט. [82]
- אידישקייט איז דאס מערסטע באליבטער רעליגיע אין נייעם אנקעטע. אנאליז פארוואס? פון מייקל מעדוועד. [83] (ארכיווירט 23.09.2006 ביי דער Wayback Machine)
- בארא פארק: נח דיער געווינט נישט וואלן. [84]
- סאטמאר מחלוקת:
- נייע נארוואס געעפענטע ארונים שפלינטער מוסדות אין וויליאמסבורג זענען געצווינגן צו אפשפארן איינע פון די בנינים צוליב פארלעצן זיכערהייט רעגולאציעס. אהרונים באשולדיגן זאליס אין נאכאנאדע מסירות. [85] (ארכיווירט 26.03.2007 ביי דער Wayback Machine)
- חדר באסעס פון זאלי שפלינטער מוסדות אין קרית יואל וואנדאליזירט. זאליס באשולדיגן אהרונים אין אקט. (בילדער (ארכיווירט 12.09.2015 ביי דער Wayback Machine))
מיטוואך כ' אלול (סעפטעמבער 13)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ניו יארק פאוסט באריכט איבער פאליציי אינוועסטיגאציע אויב אהרונים האבן פרובירט אונטעצינדען זאלי'ס גרויסע שול. [86] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- וויליאמסבורג קאנסולמאן דעיוויד יאסקי פארלירט קאנגרעס וואלן צו שווארצע פרוי. [87] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ישיבה יוניווערסעטי באקומט נדבה פון הונדערט מיליאן דאלער. [88]
- מתנחלישער רב ארעסטירט פארן העצן צו מארדן פאליסטינער. [89]
- ביבי נתניהו ערקלערט איראן פירער גרעסערע געפאר ווי היטלער, ווייל ער וועט נישט אנהייבן צו שלאגן זיך מיט די וועלט פאר ער וועט ערצייגן ניוקלער וואפן. [90] (ארכיווירט 28.10.2020 ביי דער Wayback Machine)
- ניו יארק טיימס פרעסטיזשפולער קאלומניסט רופט די וועלט זיך אויסלאכן פון קאנסערוועטיוו מלחמה הונגעריגע פאליטיקער איבער איראן. ער שרייבט סעיטמענטס פון דוב זאקהיים אז דארטן וואונען די מערסטע אידן אין פרידן פון די גאנצע מיטל מזרח נאך ארץ ישראל. [91]
- וויליאמסבורג: לאנג יעריגע פאליטיקער, קאנגרעסמאן עד טאונס און סטעיט סענאטאר מארטין קאנאר געווינען ווידער וויילונג. [92] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- פרעזידענט משה קצב באקומט חיזוק בריוו אינמיטן 5'טער אויספארשונג אויף זיי באליסטיגונג סקאנדאל. [93]
- מדינת ישראל בוזשעט שניידט געלט'ער פאר חינוך עצמאי און שובו בעלי תשובה טראנספארטאציע צו מקרב זיין פרייע קינדער צו אידישקייט. [94]
דינסטאג י"ט אלול (סעפטעמבער 12)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- היסטארישע ענטעבי עירפארט ווי צהל האט דורכגעפירט הערויאישע מיסיע צו ראטעווען פארכאפטע אידן אין אוגאנדע ווערט צעווארפן. [95]
- וועגן אין אמעריקע ווערן לעבן'ס געפאר, נאכדעם וואס אמעריקע אנערקענט ארץ ישראל'דיגע דרווייערס לייסענס אלס לעגעטים. [96] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- מתנחל געטראפן שולדיג אין הארגענען 4 פאליסטינער. [97]
- דעבאטע צווישן זשימי וועילס און בריטאניקע רעדאקטאר אין וואל סטריט זשורנאל, דעקט אויף ליגענט און פאלטשע טעות'דיגע אינפארמאציע אין פארמאכטע אנציקלאפידיע. [98]
- מאנסי: הצלחה גראסערי פון די מאנסי פלייש סקאנדאל גייט איבער באמבע שרעק, ווען רענצל איז ליידיג נאך שווערע פאליציי אונטערזיכונג. [99] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- מאנסי: דראמא אויף רוט 59 ביים טרווועי עקזיט. באנק רויבעריי אינמיטן העלן טאג. רויבער אויף די פריי. העליקאפטער'ס אין די לופט און שמעק הונט פארפלייצן מיילן ארום. [100] (ארכיווירט 27.09.2007 ביי דער Wayback Machine) ([101] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
- פאר ראש השנה וועט פארקויפט אין ארץ ישראל 1,900 טאן האניג. [102]
מאנטיג י"ח אלול (סעפטעמבער 11)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- צום יארצייט פון סעפטעמבער 11 אטקאעס, פארשפרייט ניי ווידיאו פון צווייטן עראפלאן. [103]
- זק"א אין אוקריינא אנדעקט פרישן מאסן קבר פון הונדערטע סקעלעטען'ס פון קדושים. (בילדער)
- אויפדעקונג: ענגלאנד גזירת גירוש פון אידן קיינמאל נישט אפיציעל בטל געווארן דורך די קעניגרייך. [104]
- מאנסי פלייש סקאנדאל: די ראש ישיבה ר' משה גרין, פאטער פון גראסערי איינגענטומער וואס האט פארדונגען פלייש פארקויף פארן קצב משה פינקל. ערקלערט אז מען ברויך צו הארגענען אים פארן פארקויפן טריפה אלס כשר. נאר בית דין האט נישט היינט קיין קראפט. [105]
- וויליאמסבורג: לאנג יעריגער סטעיט סענאטאר מארטין קאנער שטייט אויס צו פארלירן זיין זיץ צו רייכן ריעל עסטעיט אונטערנעמער קען דיאמנאטסטאון. [106]
- ארץ ישראל: נייער איינפאל אפצושטעלן די טראגישע אפילן פון יתומים און אלמנות, נייער צדקה ווי אינשורענס פאליסי סיסטעם אריין אין קראפט. וואס יעדע טויזענט אידן צאלן 5 דולער אויב איינע פון די טויזענט שטארבט. [107]
- בארא פארק: נח דיער לויפט פאר סטעיט סענאטאר טוישט זיין יידישען נאמען פון נח צו נויאה אויס מורא די שווארצע וויילער וועלן זיך דערמאנען אז ער איז א איד. [108]
- איראן געוועזענער פרעזידענט כאטאמי באזוכט אין אמעריקע ווערט אנגעקלאגט פון איראן אידן דאהי אויף די פארלוסטן פון זייערע פאמיליע מיטגלידער און פיינונגען אונטער זיין רעגירונג. [109]
- פלעטבוש: כשר זשים זאגט צו לוין פון 20,000 דאלער פאר יעדן וואס ברענגט היתר פון רב צו מאכן איבונגען אין געמישטער זשים פון מענער מיט פרויען צוזאמן. [110]
זונטאג י"ז אלול (סעפטעמבער 10
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- וויקעפעדיע אויפוואכונג גייט נישט אראפ פונעם סדר היום אויף הייד פארק: מען קאנגראטילירט באנוצער:אלזוז פאר זיינע פאליסיס, טראצדעם באקלאגן זיך אנדערע אויפן ארימקייט וואס הערשט דערווייל אין וויקעפעדיע, וואס די לייזונג איז זיך צו נעמען אין די האנט אריין און שרייבן נאך און נאך. [111] [112]
- "איי-בעקאפּס" גרעסטע אמעריקאנער סאפטוועיר גניבה וועבזייטל וועלכע האט פארקויפט רעכטן-רעזערווירטע פראגרעמס פון אדובי און מייקראסאפט אפגעשלאסן דורך עף. בי. איי.. איי-בעקאפּס. [113]
- קעגענער פון זשאו ליבערמאן ווערט באשולדיגט אין היפאקריטיע נאכן קריטיקירן דעם פרומען סענאטור פארן זאגן מוסר פאר ביל קלינטאן ברבים, בשעת ווען ער אליינס האט אויסגעלויבט דעם סענאטור דעמאלטס אלס א נאבעלער מאן פארן אפטאן די שאנדע פון אמעריקע דורך אים פאדאמען פאר די גאנצע וועלט אויף זיינע נידעריגע מאראלישע אויפירונג. [114] (ארכיווירט 10.05.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ניו רעפובליק מאגאזין זאגט אפ זשורנאליסט וואס האט זיך באנוצט מיט א סאקפאפעט נאמען זיך צו פארדייטיקן פון קריטיקירער. סאקפאפעט איז א וואקסענדער פראבלעם פון אינטערנעט וואס באנוצער מאכן זיך עטליכע נעמען כדי צו מאכן א פאלטשער רושם אז כאילו רוב דעות זענען מיט אים, דאס איז א פארברעך און אומענטשליכקייט וואס איז פארבאטען אין וויקיפעדיע. [115]
- נייער פילם ווערט היינט געוויזן אין מאנהעטן בינע'ס. א חזן'ס דערציילונג. [116]
- נייער בית חבד עפענט זיך נעבן סאטמאר געגענט ניי-וויליאמסבורג צו סערווירן קלינטאן היל און פארט גרין פרייע אידן. [117]
- עדה החרדית ערקלערט כשר ארגאניק עסנווארג פון קיבוץ טריפה צוליב זייער מיסיאנערן אקטיוויטעטען. וואס יד לאחים זאגט אז דאס איז זייער ענדליך צו קריסטן. [118] (ארכיווירט 11.09.2006 ביי דער Wayback Machine)
פרייטאג ט"ו אלול (סעפטעמבער 8)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- גרויסע חתונה פארגעקומען אין מערב ברעג זידעלונג חרדישע שטאט ביתר עילית דורך חסידות תולדות אברהם יצחק וואס געהער אפיציעל צו עדה החרדית קרייזן. נס אויפן וועג אהיים פארטאגס ווען קאר דרייט זיך איבער. (בילדער)
- שוידערליכע ווידיאו טעיפ פון קאנאדע אטאקע אויף סקווירא חדר ווייזט אז טעראריסט האט קודם געצילט אויף 12 בחורים וואס האבן דארטן געהאלטן אינמיטן דאווענען [119]
- סייענטיסטן טרעפן נייעם זשין וואס איז פאראנטווארטליך אויף אלט ווערן, עס שטעלט זיך ארויס אז דאס איז אויך דער מציל פון קענסער פארשפרייטונג. [120]
- וויליאמסבורג: העפטיגער קאנגרעס דריי-פאכיגער פארמעסט ווייזט גוטע שאנסן פאר געווינס פון לאנג יעריגער קאנגרעסמאן עד טאונס טראץ פראמינענס פון קעגנער. [121] איין קעגענער ווערט באשולדיגט אין אנטיסעמיטיזם און ראסיזים, ער ענטפערט אז ער איז אנטי מדינת ישראל און מיינט גארנישט קעגן אידן. [122] (ארכיווירט 12.09.2015 ביי דער Wayback Machine)
- חרדישע פרוי באקומט ענדליך גט פון מאן וואס איז אנדרוגינוס (מאן מיט פרוי'אישע גלידער) נאך 15 יאר פון צענדליגע אפארצעיס זיך צו היילן און געבורט פון 1 קינד. [123]
- קרעטשניף מחלוקת: ר' ניסן ראזענבוים געווינט ווען עדה החרדית זאגט אפ פארלאנג פון ר' זיידל ראזענבוים צו געבן עיקול אויף ריזן בנין אין ירושלים. [124] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- גרויס אויפברויז צווישן חסידים ווען חרדישער מאגזין בקהילה פובלישט בילדער פון ליטווישע גאונים ווי הרב חיים קאניעסקי און ר' שמואל אויערבאך באשיינען חתונה פון מחבר ספר הגאון וואס דאקומענטירט נעגעטיווע פאקטן פון ערשטע תלמידי בעש"ט. [125] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
דאנערשטאג יד אלול (סעפטעמבער 7)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין די אידישע וועלט:
- יוסף יצחק יעקבסאן זין פינעם לאנג יאריגען רעדאקטאר פונעם אלגעמיינער זשורנאל שרייבט אן ארטיקעל אינעם זשורנאל אז די וויזיע פין טיאַדאָר הערצל אז א אידישע מדינה וועט ראטעווען אידן פין אנטיסעמיטיזם האט צריקגעקלאפט אין היינט איז מדינת ישראל די עיקר גורם פין אנטיסעמיטיזם[126] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- תולדות אברהם יצחק חתונה בויאקאטירט דורך הנהלת עדה החרדית. [127] (ארכיווירט 20.03.2007 ביי דער Wayback Machine)
- מאנסי פלייש סקאנדאל שערורי' ווערט היינט באריכטעט אין די גויאישע פרעסע, ניו יארק טיימס ווייזט בילדער ווי מען כשר'ט כלים [128], אנדערע באשטעטיגן אויך די שמועות אז די שטאטישע אינסטאנצן האבן געעפנט אן אויספארשונג. [129] (ארכיווירט 27.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- חרדים צינדען אונטער מעיארס קאר פון שטאט אלעד פארן אוועק נעמען אומלעגאל קאראוואן פון שול [130]
- ניו יארק טיימס באשרייבט מאנהעטן צו וואשינגטון די סי באס קאמפאני רוט, [ווי געריכט גייט נאך דין תורה אין געפעכט צווישן 2 חסידישע וויליאמסבורג אינגעלייט. [131]
- דושינסקי רב באזוכט ניו יארק; סקווירא רבי באזוכט לעיקוואד; א בליק אויף די חסידישע טשאפלעין'ס און שפיטעלער; בנין אפגעקויפט דורך נאדבורנה פאר צוקונפטיגע איינוואוינער אין ניי חסיד'ישע געגנד אין סקרענטאן. [132] (ארכיווירט 18.10.2006 ביי דער Wayback Machine)
- סענאט ווארפט אפ פריוו פון ליבעראלע געזעץ געבער צו באגרעניצען ארץ ישראל'ס באנוץ פון באמבעס. [133] (ארכיווירט 01.10.2007 ביי דער Wayback Machine)
- צניעות קנאי פארשמירט אויסגעלאסן אומצניעות'דיגער עדווערטייזמענט אויפן בי קיו אי אויפן וועג פון בארא פארק קיין וויליאמסבורג. (בילדער (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
- סאטמארע מחלוקת: באריכט אז אהרונים געוואונען אין געריכט וועגן די בעלות פון סאטמאר מוסדות אין בארא פארק, ריכטער באשטעטיגט אז אהרן וועלץ איז ווייטער בעל הבית. [134]
- איבעראשונג ווען היידפארק פארום "בחדרי חרדים" ווערט אפיציעל אנערקענט אלץ א כח מיט וואס רבנים מוזן זיך היינט רעכענען. שמוציגער פרשה ווערט דעבאטירט אויף אינטערנעט נאך יארן וואס וויי געשרייען פון געליטענע ווערן דערשטיקט דורך רבנים. לעגענדארער מנהל דוד10 לייגט ארויף א בריוו [135], וואו הרב סילמאן בעט אים ער זאל אפשטילן דאס גריבלען וועגן דעם באשולדיגטער ר' ברוך פרוכטער - א רעספעקטירטער מחנך און משגיח אין א ישיבה און א עסקן אין שלום בית וואס ווערט באשולדיגט מיט אומווירדיגע מנובלות התנהגות, מיטן עפענען ספעציעלן פאפולערן טעלעפאון האט ליין פאר געליטענע און צובראכענע פרויען און בחורים אריינרופן און זיך אויסצורעדן און אזוי ארום זיי צו באלעסטיקן. [136]
- אליה וקוץ בה: חרדישער אידענטום אין ארץ ישראל אטעמט אפ אז מען געזעגנט זיך היינט פונעם ריכטער אהרן ברק וועלכער ווערט געזען אלץ איינער וואס האט געשעדיגט די פרומע אינטערעסן, אבער פאלגט נאך מיט זארג די אויפנעמונג פון ריכטערין דורית בייניש אלץ זיין ממלא מקום, וואס איז דער ערשטער פרוי הויפט שופט אין ארץ ישראל'ס היסטאריע. [137]
- ווידעאו פון פארלוירענעם איזעראעלישן סאלדאט רון ארד ווערט געוויזן אויף טעלעוויזיע אין מדינת ישראל און לבנון, פריינט און משפחה דרוקן אויס האפענונג אז עס וועט יעצט צוריק באנייט ווערן די זוכונגען נאך אים. [138] (ארכיווירט 05.03.2009 ביי דער Wayback Machine)
- באריכט באשטעטיגט אז אנטיסעמיטיזם אין ענגלאנד איז זיך לעצטענס געפערליך צווואקסען, טיילווייז צוליב די שטיצע פון לינקע גרופעס פאר שונאי ישראל. [139] (ארכיווירט 10.09.2006 ביי דער Wayback Machine)
פאליטיק:
- גאווערנאר פון מאסאטשוטעס לאזט נישט צו קיין שום שטאטישע הילף אדער באגלייטונג פאר'ן באזוך פונעם געוועזענעם פרעזידענט פון איראן מוכאמאד קאטאמי, טענה'ט אז שטייער צאלער דארפן נישט צאלן פאר די ספעציעלע באגלייטונג פון עמיציר וואס האט זיך אויסגעדרוקט קעגן מדינת ישראל, לינקע רייסן אים אבער שטארק אראפ פאר זיינע ווערטער. [140]
היסטאריע:
- היינט 66 יאר צוריק, האט נאצי דייטשלאנד אנגעהויבן א בליץ אויף לאנדאן, די ערשטע אין 57 נאכאנאנדע נעכט פון באמבאדירונג. [141]
טעענאלאגיע:
- וויקיפעדיע ברעכט זיך ינשט אונטער כינע דרוק, וועט נישט ערלויבן צענזור. [142]
מיטוואך יג אלול (סעפטעמבער 6)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין די אידישע וועלט:
- עיר קאנאדע ערליין ווארפט אראפ פרומען איד, וועלכער קען נישט קיין ענגליש אדער פראצויזיש, פון עראפלאן, נאכדעם וואס ער האט זיך געשטעלט דאווענען. [143]
- באריכט אז אייראפע לאזט נישט אל על זיך אפשטעלן פאר ברענשטאף אין זייערע לענדער אויב ערעפלאנען ליפערן געווער פון אמעריקא. [144] אנדערע לייקענען אז דער באריכט איז נישט אינגאנצן ריכטיג. [145]
- אומזינסטע רייזע בילעטן ווערט צוגעשטעלט דורך רייכע אידן פאר מענטשן וואס ווילן פארן קיין אומאן אויף ראש השנה צום ערשטן מאל. [146]
- פסיכאלאגן ווערן גערופן צו העלפן די תינוקות של בית רבן וואס ליידן פון שאק און טראומא זינט זייער שולע איז אטאקירט געווארן דורך אנטיסעמיטן פארגאנגענעם שב"ק. [147]
- מדינת ישראל ארעסטירט שטארק געזוכטער פאלעסטינער טעראריסט מחמוד דמרה, הויפט גענעראל פון די אל אקצא בריגאדע כוח 17. [148]
- שפיטאל נעמט אראפ געמאלענעם בילד ווי דער אותו איש ווערט פארגעשטעלט ווי א אידישער רב. [149]
- נייער בוך גייט נאך דעם מקור פאר די נעמען פון גאסן אין ברוקלין, דעקט אויף אז די נעמען פון וויליאמסבורגער גאסן זענען מערסטענ'ס נאך די אונטערשרייבער פונעם דעקלעראציע פון זעלבסטשטענדיגקייט. [150] (ארכיווירט 02.10.2006 ביי דער Wayback Machine)
- קרעטשניף מחלוקת צופלאקערט: ר' ניסן ראזענבוים דער ארץ ישראל רבי שטעלט ארויס מאמע רעביצן פון ריזן אבינועם ילין ירושלים בנין. אינגערער ברודער, ר' זיידל ראזענבוים אמעריקע רבי רופט צו דין תורה אז ער דארף אויך א טייל פון די געלט וואס בנין איז ווערט. [151] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- חכם עובדיה יוסף מיט נייע געזעץ אז ארץ ישראל זאל פארבאטן מיסיאנערן. [152]
- דמעקראטן ליבעראלע וועב סייט מאוו אן אונטער פייער פון אייגן מענטש: ר' אברהם פאקסמאן פון עי די על וואס האט אליינס אינדארסירט קעגנער פון פרומען אידישען סענאטור יוסף ליבערמאן פארדאמט אבער אנטיסעמיטיזם וואס האט ערשיינט קעגן ליבערמאן אויפן סייט. [153] (ארכיווירט 13.08.2007 ביי דער Wayback Machine)
- היטלער'ס טיש ווערט פארקויפט אין ליצטאציע פון העכער א מיליאן דולער. [154]
- האט רוזוועלט דירעקט איגנארירט די האלאקאוסט און דירעקטירט נישט צו באמבעדירן אוישוויץ? נייער בוך לייקענט דאס. [155]
פאליטיק:
- ירדן'נער פרינץ זיד רעאד כוסעין קאנדידאט פארן קומענדיגן יו. ען. סעקרעטאר נאכן אויסלויף פון קאפי אנאן'ס טערמין. אויב ער ווערט ערוועלט וועט ער זיין די ערשטע מוסלמענישער יו ען סעקרעטאר, לויט אים דארף מען האבן איינער וואס פארשטייט גוט צו די מיטל מזרח קאנפליקט [156] (ארכיווירט 28.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- פרינץ געבוירן צו קעניגליכע פאמיליע אין יאפאן נאך 40 יאר, די קעניגליכע אימפעריע אין יאפאן איז די עלצטע אין די וועלט, יעצט וועט זיך דער שושלת ווייטער ציען. [157] (ארכיווירט 13.05.2007 ביי דער Wayback Machine)
- אטענטאט פארזוך אין לבנון אויף הויפט אויספארשער אינעם מארד אויפ'ן געוועזענעם פרעמיער מיניסטער ראפיק אל חארירי. [158]
מעדיצין:
- דורכברוך אין די וועלט פון מעדיצין: נאך יארן פון ערווארטונגען, באשטעטיגט די עף.די.עי. ערשטע הארץ געמאכט פון פלאסטיק וואס וועט קענען איינגעפלאנצט ווערן ביי מענטשן מיט גאר שוואכער הערצער וואס האבען נישט קיין שטארקע אויסזיכטן לאנג צו לעבן. [159]
טעכנאלאגיע:
- גוגעל פריווט נאכצומאכן וויקיפעדיע מאדאל, בעט וואלענטורן צו ארבייטן אין סארטירן וועלטס בילדער. [160] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
דינסטאג יב אלול (סעפטעמבער 5)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- פירער פון חיזבאלא נאסראלא אין אן אינטערוויו: די איינציגע דערגרייכונג פון מדינת ישראל אינעם מלחמה איז געווען מיך אריינצולייגן אין בונקער [161] (ארכיווירט 28.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- באקאנטער קראקאדיל פאנגער סטיוו איירווין פון אויסטראליע, שטארבט נאכ'ן ווערן געשטאכען אין הארץ פון א סטינגרעי פיש, גרויס טרויער ביים פאלק אין אויסטראליע און ביי חיות ליבהאבער אין די גארער וועלט. [162]
- באריכט אז דער געקידנעפטער סאלדאט גלעד שליט איז אריבערגעפירט געווארן קיין עגיפטן. [163] (ארכיווירט 09.01.2007 ביי דער Wayback Machine)
- טעראריסט אין ירדן שיסט טוריסטן אין הויפשטאט אמאן, פארוואונדעט עטליכע און הארגעט א בריטישער טוריסט. [164]
- הויפט אל קאידא טעראריסט ארעסטירט אין איראק דורך איראקער קרעפטן, ארעסט איז א טויט קלאפ פאר די טעראר ארגאנאזאציע. [165]
- אהוד אולמרט אונטער אויספארשונג פאר'ן שפילן פאליטיק מיט צושטעלן פאזיציעס פאר פאליטישענס אומ'יושר'דיג. [166]
- רויטערס איז מודה אז זשורנאליסטן באקומען אנווייזונגען פון חיזבאללה, אבער מעקט גלייך אויס דעם ארטיקל פון זייערע ארכיוון! אין די היינטיגע וועלט פון בלאגערס, איז אבער געווען ווער עס האט דאס באצייטענס באמערקט. [167] (ארכיווירט 19.08.2009 ביי דער Wayback Machine)
- קרוין הייטס נעכטן שטייגן ניו יארקער פאליטישאנס ווי הילערי קלינטאן אפ א באזוך אין קראון הייטס לכבוד לעיבאר דעי. [168]
- וויליאמסבורג: קאנגרעסמאן עד טאונס באזוכט ארוינים סאטמאר רב ר' מענדעלע טייטלבוים. [169] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine) (בילד)
- סאטמארע מחלוקה: אהרונים עפענען היינט מיט פאמפע נייע שפלינטער מוסדות אין וויליאמסבורג, ווי די זאלונים קאנטראלירן די אפציעלע מוסדות, ציפערן פון סטודענטן אין ביידע מוסדות שווער צו וויסן, די פארטייאישע פארטיזענס טוען דאס מגזם זיין צו זייער בענעפיט, אבער יעדער מודה אז די זאלונים האבן מער.[170]
- אידישע עגונה בעט היתר זיך צו שוואנגערן מיט גוי'ס זרע כדי קינד זאל נישט זיין קיין ממזר. [171]
- איד דערשאטאכן אין ירושלים פון אראבער. [172]
- ליבעראלן שימפן: ארץ ישראל באשטעטיג בוי פון פרושע הונדערטע הייזער אין מערב ברעג שטחים. [173]
- וויליאמסבורג: לעגענדארע איצו'ס רעסטוראנט וואנדאלאזירט צוליב סיין וואס טראגט אינטערנעט וועב סייט אדרעס פאר ארדערס. [174] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
מאנטאג י"א אלול (סעפטעמבער 4)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- היינט פייערט מען אין אמעריקא לעיבאר דעי חגא. [175]
- רוסישע וואנדאלן אטאקירן אדמו"ר מסערעט וויזניץ אין חיפה מיטן אים באשפריצן מיט וואסער [176] (ארכיווירט 04.02.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ענגלאנד פארלאמענט מיטגליד אטאקירט חרדים אז זייערע טעכטער הייראטן ווען זיי זענען נאך יונגער פון 18 יאר. ווערט מיטן שארפסטן פארדאמט דורך ארטיגע שלוחי חב"ד אלס א אפענע ליגענט [177] (ארכיווירט 27.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- שפאגל נייע סאפיסטיקירטע אויטאבאס ערצייגט אין ארץ ישראל, מיט פילע באקוועמליכקייטן פון אן ערעפאלאן, אין צוגאב צו א זיבן שפיציגע אפיס צומער אין די אינטערשטע טייל. ווידיאו.
- סאודיע אראביעשער מאן ברעכט רעקארד מיטן אריבעשפרינגען 6 שטייעדיגע קעמלען אויף איינמאל.ווידיאו (ארכיווירט 13.09.2015 ביי דער Wayback Machine)
- פינישע אידען פייערן הונדערט יאר פון העלסינקי שול. [178]
- צו די 350סטע יאר פון אידען צוריקאיינטריט קיין ענגלאנד: "אנטיסעמיטישע" אטאקעס פארמערט אין ענגלאנד. [179]
- קאטוילישע קירכע צו באשיינען אונגארישע נאנע פארן ראטעווען אידען ביי דער צווייטער וועלט קריג. [180]
- "אנטיסעמיטישע" קאנספיראציע טעאריעס אז אידען זענען געווען אונטער 911 קרוסירן נאך אלץ. [181]
- אראמישע וויקעפעדיע געעפנט. רופט ארויס אינטערעסע צוליב זייערע ענליכע גמרא ווערטער און לשון הקודש אלף בית. פאתא רשיא אין אראמישע וויקעפעדיע [182]
- נייע אידישע פארום וועבזייטל ככר העיר ציט צו זיך פילע שרייבער פון הייד פארק וועלכע קענען נישט דולדן איר גראפישן אויסשטעל. הייד פארק סיסטעם מעקט אויטאמאטיש אויס יעדע לינק צו זיי, זעהנדיג אין זיי אלס הויפט קאנקורענץ. אבער ככר העיר קלוגט זיי איבער. ככר העיר (ארכיווירט 19.07.2006 ביי דער Wayback Machine) [183]
- באחריין'ישער 40 יעריגער מאן, וועלכע איז איבערוואגיק מיט א רעקארד פון אומגעפער 880 פונט פאלט אפ 24 פונט וויילענדיג אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען. ער שפייזט זיך דערווייל אויף גרינצייג און פרוכט. לויט דאקטורים דארף ער נאך פארלירן 440 פונט און דאן אדורכגיין א מאגן סטעפלינג פראצעדור.[184] (ארכיווירט 13.09.2015 ביי דער Wayback Machine)
- רעדאקטאר פון דער אלגעמיינער זשורנאל הרב יוסף יצחק יעקבסאן אינטערווינירט שטורעם נט אין זיין אייגענעם ווערטער בוך. ער באטיטולט סאטמאר אלס א שיינע ריזיגע קהילה, וואס אויף דערווייל זענען זיי נישט מסוגל צו פארשטיין די מהלך הנפש פון חב"ד. לויט אים איז די ריכטיגע באדייט פון א צייטונג א "ביטול תורה אמיתי" [185] (ארכיווירט 27.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
זונטאג י' אלול (3טן סעפטעמבער)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מאנטריאל: מאלאטאוו קאקטעיל פייער באמבע אריינגעשאסן אין סקווירא חדר. [186]
- מאנטריאל: אנטיסעמיטישער העצער אויפן אינטערנעט פארוארטיילט צו טורמע [187]
- הייד פארק פארום היימישע קרעטשמע ניקס באשמוצען אידישע וויקיפעדיע פארן באשרייבן פרייערהייט פון סעקסואלע אנגעלעגנהייטן. זעהן נישט פאר קיין הצלחה פאר די אידישע וויקעפעדיע, ווייל יעדער וואס שרייבט אן באצאלט איז לויט זיי משוגע און לויט זיי קען דאס נישט מצליח זיין, אבער זיי זענען מודה אז די ענגלישע וויקיפעדיע איז זייער סוקסעספול אפילו דארטן זענען אויך אמבאצאלט די שרייבער און מ'דערלאזט אויך נישט קיין צענזור. אויך ווילן זיי שטארק באשמוצען אז דא שרייבט נאר איינער אליינס. [188] (פשט פון זייער פראבלעם: אין געמיינדע)
- מאנסי: הצלחה פלייש געשעפט סקאנדאל פארברייטערט זיך, בילס פון די לעצטע 6 חדשים ווייזן אז מען האט פארקויפט מער כשר פלייש וויפל מען האט איינגעקויפט, דאס הייסט אז די אלע קאסטומערס פון א האלבע יאר עסן שוין טריפה! רב בעל המכשיר רב ברסלוי נישט שולדיג, ווייל מען דארף נישט משגיח תמידי אויף אזא געשפעט. [189] (ארכיווירט 16.10.2007 ביי דער Wayback Machine)
- וויליאמסבורג: האקן קרייץ אויף ווילימאסבורג בריזש איבער שבת. (בילד)
- מעיאר אין חמלניצקי אוקריינא הענגט אן זיין נצחון אין די וואלן אויף תפילה ביים קבר הבעש"ט, ארטיגער רב פאדערט אים אויף תשובה טאן איצט אין די ימי אלול. [190]
- פרעכטיגער הכנסת ספר תורה אין אדמונד ספרא שול אין ספרדישען רייכן געגענט דיעל ניו זשערסי. (בילדער)
- נייער ספר אויפן ראוד מיט ר' עדין שטיינזאלץ א ליקוט פון פערל ווערטער פון דעם אידישען פיליזאף, מאטעמאטיקער און גאון. [191]
- פייער אויסגעבראכן אין אפיסעס פון ר' אמנון יצחק. [192]
- ערשטע הכנסת ספר תורה אין גריכנלאנד זינט צווייטער וועלט מלחמה. [193]
- נייער וועג פון געבוירן קינדער מען וועילט אויס די בעסטע און געזונטסטע די ען עי פון פאשידענע סעל עמביראו'ס אריינצושטעלן אין די מאמע'ס רחם בעפאר די 9 חדשים שוואנגערן. [194]
- אנקלאגע: אידישער וואקאציע פארוואנדעלט אין א גיהנום. [195]
- מאה שערים: געציילטע קנאים זייען אן פאניק אויף די געגענט, באקענט זיך מיט די סקיקרים. [196]
שבת ט' אלול (סעפטעמבער 2)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פרייטאג ח' אלול (סעפטעמבער 1)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- איבערקערעניש אין חרדישע מאנסי וועגן א כשר געשעפט וואס האט מכשיל געווען פרומע אידן מיט טריפה פלייש. [198]
- 20 איראנער זשורנאליסטן באטייליגן זיך אין א ספעציעלע פרעסע קאנפערענץ אינעם ישראל'ישן קאנסולאט אין לאס אנדזשעלעס קעגן דעם איראנער עקסטרעמיסט פרעזידענט אכמאדינג'אד, עס ווערט געזען דורך א געשאצטע 30 מיליאן איראנער בירגער. [199]
- אידישע מוזעאום אין סידני אויסטראליע שטעלט פאר אן אויסשטעלונג אין אנדענק פון די טרויעריג בארימטע דרייפוס פרשה. [200] (ארכיווירט 09.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- אויפרעגונג ביי טייל אידישע אקטיוויסטן אז אמעריקא שענקט איינטריט וויזע פאר'ן געוועזענעם מער ליבעראלער פרעזידענט פון איראן מוכאמאד קאטאמי. [201]
- פאלעסטינער וואס טענה'ט אז ער איז געווען אן אגענט פאר מדינת ישראל, ארעסטירט דורך פאליציי קאמאנדא'ס נאכדעם וואס ער שטורעמט די בריטישע אמבאסאדע אין תל אביב. [202]
- צודרייטער ישיבה בחור אין ארץ ישראל באפאלט פרוי זשורנאליסט לייוו אויף טעלעוויזיע! [203]
- נייע שטודיע צייגט אז נאטורליכע געטראנקען העלפן פארמיידן אלצהיימער קראנקייט ל"ע. [204]
- הייד פארק מוזיק קאלומניסט זיידע יאנטשי מאכט א סך הכל פונעם נארוואס דורך געלאפענעם יאר תשס"ו אין אזויגערופענע חסידישע מוזיק. [205]
- סאטמאר טראגעדיע טראגט היסטארישע התעוררות ביי תפילות פון אינג קינד וואס איז ל"ע קראנק, און טראגט דעם גענויען נאמען נאך וועמען ער הייסט, אן אייניקל פון סאטמאר רבי ר' משה טייטלבוים, וואס איז נארוואס נפטר געווארן און טראגט דעם זעלבן נאמען משה בן ברכה סימא. [206] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- באקאנטער איזראעלי פיאניסט דערמארדעט אויף טויט אין ברוסעלס. [207] (ארכיווירט 04.07.2013 ביי Archive.today)
- ארץ ישראל פארהאנדעלט ארויסצולאזן אויף די פריי 1000 פאליסטינע טעראריסטן פאר איין פארכאפטער סאלדאט'ס צוריקער. [208] (ארכיווירט 01.10.2007 ביי דער Wayback Machine)
- חרדישע קינדערגארטען'ס ליידן פינאנציעלע שאדן, ווען משרד החינוך שניידט פראגראמן. [209]
- היסטארישע ממזר פאליסי אין ארץ ישראל אנידערגעשטימט פון העכסטן געריכט דאס ערשטע מאל זינט די באקאנטע שלמה גורן סקאנדאל וואס פרייע רעגירונג האט אקטיוו פארשטילט יעדן ממזר און נישט אנערקענט זייערע ביאלאגיע עלטערן אלס לעגעטים, פון היינט מאל וועט מען יא אנערקענען זיי אלס עלטערן כדי זיי צו מחייב זייין אויסהאלטן זייערע קינדער פינאנציעל. [210] (ארכיווירט 01.10.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ניו סקווירא 2 שווערע עקסידענט'ס אין 1 טאג פארוואונדעט 2 קינדער. [211] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ארץ ישראל דיפלאמאט ארעסטירט אין אטלאנטא פאר פעדעפיליע. [212]
- קרוין הייטס אידישע פאליטיקער אינדארסירן דעיוויד יאסקי פאר קאנגרעס. [213]
דאנערשטאג ז' אלול (31סטן אויגוסט)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- לעבאנעזער טעלעוויזיע סטאנציע שפילט - קיינמאל בעפאר נישט געזען - ווידעא קליפס פונעם פארלוינעם מדינת ישראל סאלדאט ראן אראד. [214]
- היינט לויפט אפ אולטימאטום פאר איראן אפצושטעלן זייערע נוקלעארע פלענער, איראנער פרעזידענט אכמאדינג'אד איז אבער אנטשלאסן נישט נאכצוגעבן, אלץ רעזולטאט גרייטן זיך די וועלט מאכטן ארויפצושטעלן אויף איראן שטרענגע סאנקציעס. [215]
- אידישער ליבעראלער פראפעסאר נארמאן פינקלשטיין שאפט שטורעם מיט זיין נטורי קרתא סטייל אנטי ציוניזם באמערקונג ווי ער אינדענטיפיצירט זיך מיט חיזבאללה. [216] (ארכיווירט 02.09.2006 ביי דער Wayback Machine)
- אידישע לייפגארד'ס (לעבן שווים היטער) פון דזשאונס ביעטש לאנג איילאנד באקלאגן זיך אויף אנטיסעמיטישע דיסקרימינאציע און ראסיזם. [217]
- חרדישע פרוי אין ירושלים באגייט זעלבסטמארד ל"ע, נאכדעם וואס עס ווערט איר נמאס דאס לעבן פון ווארטן צען יאר אויף א גט. [218]
- פעטש פליהט אין בריטאניע'ס הויז פון לארדן: א 78 יעריגער אידישער מיטגלידער כאפט שלעק פון א צווייטן 82 יעריגער פארלאמענט מיטגלידער, נאכ'ן זיך ארום רייסן וועגן דעם ישראל לבנון קריזיס. [219]
- אידישער אקטיוויסט דזשעק ראזען טרעפט זיך מיט'ן פרעזידענט פון פאקיסטאן פערוועז מושאראף, צו ווייזן אז אידן מיט אראבער קענען זיך דורכקומען. [220]
- אידן אין דייטשלאנד באקלאגן זיך קעגן א קאבינעט מיניסטער פון קאנצלער אנגעלא מערקל, לויט דארטיגע אידן, איז היינט דער גייסט אויף די גאס געשטימט קעגן ישראל און אידן. [221]
- דיעל ישיבה שלאגט אפ באנק פארקלויזשער. [222]
- וויליאמסבורג סאטמאר זאלי עסקן, ר' שלמה זלמן סאנדער נפטר געווארן. [223] (ארכיווירט 22.05.2007 ביי דער Wayback Machine)
- לונדון אידענטום אויפגעטרייסעלט, נאכדעם וואס רייזענדע אויף באס קוקען זיך צו מיט קאלט בלוטיגקייט אויף אנטיסעמיטשע אטאקע אויף יידיש מיידל. [224]
מיטוואך ו' אלול (אוגוסט 30)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ר' אייזיק דייטש פרעזידענט פון באבוב - צד ר' מרדכי דוד אונגער לייגט אראפ 15 מיליאן דאלער אפצוקויפן באלקאני אין בארא פארק, פאר ישיבה בילדינג. [225]
- באבוב: ר' מרדכי דוד אונגער פארוויילט אויף וואקאציע אין די טייערע העמפטאן'ס רעזארט געגענט אין לאנג איילענד. (בילדער)
- קרית יואל וואסער קריזיס כמעט געשליכטעט: גרויסער זאלי שטיצער, און לאקאלער ריעל עסטעיט דעוועלאופער: ר' יחזקאל בראך פארקויפט פאר וויליזש שטח צו בויען וואסער טורעמעס. [226] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- איראן פרעזידענט אכאמדיניזשאד וויל דעבאטע מיט פרעזידענט זשארדזש דאבעליו בוש. [227]
- בילדער פון זוכונגען נאך טאראנטא פרלוירן אינגערמאן ווארשיינליך דעטראנקן, גייט אן אין פולן שוואנג, דורך ר' אייזיק לידער פון זקא יועסעי. [228] (ארכיווירט 26.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- אידן געווארענט נישט צו גיין צו סיני. [229]
- 200 משפחות קלאגן פראנקרייך באן באעהרדע פארן דעפאטירן זייערע פאמיליע מיטגלידער קיין אוישוויץ. [230]
- התגרות באומות?: אנקעטע צייגט אז 42 פראצענט פון אמעריקאנע גוים גלויבן אז ארץ ישראל איז געגעבן געווארן במתנה פון גאט צו די אידן. [231] (ארכיווירט 24.09.2006 ביי דער Wayback Machine)
- מאנסי: איינגעטומער פון מאנסי האום צווינגן אלע איינוואונער צו שטימן פאר דעמאקראטן. [232] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- נפלאות הבורא מאגאזין: נעשינאל זשיאגראפיק קומט ארויס מיט ספעציעל אויסגאבע פאר חרדים, איגנארירענדיג צניעות און עוועלאושען טעמע'ס. [233] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- הרב פינטא מיט זיינע חסידים פארן צום ציון פו פלא יועץ. [234]
- בחור ארעסטירט אין פארט לאדערדעיל נאכן פארשפעטיגן פליגער און דאס אפהאלטן מיט אריינרופן אז עס איז דא א באמבע דעראויף, ווילענדיג זיך ארויפכאפן דערויף. [235]
דינסטאג ה' אלול (אוגוסט 29)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מוזיק ווידיאו פון ר' אברהם פריד'ס נייע טעיפ. [236] (ארכיווירט 28.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- אייניקל פון געוועזענער צווייטער וועלט קריג אמעריקאנער פרעזידענט פרענקלין דעלווער רוזעוועלט איז א איד און דינט אלס ראביי. [237] (ארכיווירט 26.09.2006 ביי דער Wayback Machine)
- פעדעפייל אין בני ברק?: אינגערמאן איז זיך מודה און באשולדיגט זיך אז ער האט סעקסואל באלעסטיגט איבער 300 קינדער קרבנות, נאכדעם וואס מאמע פון קינד אויף באס פארמסורט אים. פאליציי גלייבט אים נישט. [239]
- קאנטיקעט: געוועזענער רב און עדיקשאן עקספערט פאר רעגירונג ארעסטירט נאכדעם וואס ווייב טרעפט אינטערנעט קינדער פארנאגראפיע אין זיין באזיץ. [240] (ארכיווירט 28.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- דייטשלאנד וועט צוריק שענקן שווערע מיליאנען ווערט אין ריעל עסטיעט פאר אידן יורשים. [243]
]
מאנטיק ד' אלול (אוגוסט 28)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- סאטמארע מחלוקה: ר' זלמן לייב טייטלבוים אין קרית יואל רופט זיינע חסידים אריינשטעלן די קינדער אין זיין שפלינטער מוסדות, וואס האט זיך אפגעטיילט פון די אפציעלע מוסדות פאר צוויי יאר צוריק. [244] (ארכיווירט 12.09.2015 ביי דער Wayback Machine)
- ראסיזם ארטיקל פון חרדישן מאגאזין עולם החסידות העצט אויף אראבער ענטפערט אז זיי קוואטירן נאר פון די תורה. [245]
- ר' יהושע פולק, ליטווישער אגודה סגן ראש העיר פון ירושלים באזוכט אין ניו יארק ועורט אויפגענומען ווארם דורך מייק בלומבערג און פיל אידישע עשירים. [246]
- טאראנטא טראגעדיע: 1 קערפער פון דעם שווער ר' חנוך מאנדאראוויץ ז"ל אפגעפינען, איידעם זון פון ר' יענקל הורוויץ פון מאנסי, און הויפט פון דאטריגע הצלה ווערט נאך געזוכט. [247]
- מחלוקת אין הצלה אין ארץ ישראל ר' דוקי גרינוואלד קאנפעסקירט אלע מאטארביציקלעך און קארן פון וועטעראן וואלענטורן וואס האבן אנטייל גענומען אינעם אויפשטאנד קעגן אים. [248]
- צהל שיסט אויף פארדעכטיגקטן קאר פארוואונדענדיג 5 רויטער'ס רפארטערס. [249]
- פאקס טעלעוויזשען רעפורטער'ס באפרייט נאך 2 וואכן געפעגעניש. [250]
- מ'שאצט שאדן פון לבנון ישראל קריזיס 12,000 בילדינגס געכאפט ראקעטן. [251]
- נייע ישיבה געפענט אין תל אביב, מ'לערנט גמרא און הלכה אבער איז פריי. [252]
- באמבעס אין טערקיי פארוואונדעט 27 בריטישע. [253]
- אידישע בלאגער חסיד הארעטיק שילדערט די ציטער פון חרדים צו הונט. [254] (ארכיווירט 15.09.2011 ביי דער Wayback Machine)
- הערט אויסצוגען פון ניגונים פון ר' אברהם פריד'ס נייע טעיפ. [255]
- חרדישע טאטע וואס ווערט באשולדיגט דורך די ציונים און מערדערן אייגן קינד, רעדט די ערשט אמל צו די פרייע פרעסע. אינטערוויאו אין ידיעות אחרונות. [256] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- 2 יאר טורמע פאר אטאקירער פון פוילישן הויפט רב. [257]
- ספרינג וואלי דינגט אדוואקאט באדינונגען פון פרומע לאקאלע אסעמבלימאן רייען קארבן וואס האט רעזעגנירט אין שאנדע צוליב געי סעקס באלעסטיגונג סקאנדאל. [258] (ארכיווירט 27.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
זונטאג ג' אלול (אוגוסט 27)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- גאווערנער קאנדידאט און אטוירני זשענעראל עליאט ספיצער פארשט אויס חרדישן ריעל עסטעיט דוועלאופער ר' ישעי' בוימלגרין. [259] (ארכיווירט 11.11.2006 ביי דער Wayback Machine)
- רוסישער שול וואנדאל ארויס אויף די פריי. [260]
- לעיקוואד: ראסע קעיס פון שווארצן איגענטליכען קעגן חרדישן איד אפגעשטיפט. [261]
- ברוקלין: ביזנעסמאן אנגעקלאגט פארן בראדקעסטן טעראריסטישע חיזבאלא טעלעוויזיע אין לאקאלע היימן. [262]
- ר' דניאל לאפין קריטיקירט עי די על פארן פארדאמן קריסטליכע גלח וואס זאגט אז היטלער איז געווארן באיינפלוסט פון די עוועלאציע טעאריע. [263]
- ר' מרדכי טענדלער פייט צוריק: ער קלאגט אין געריכט פרוי וואס באשולדיגט אים אין איר סעקסואל באלעסטיקן. [264]
- בארא פארק: גדעון באש קעיס קעגן פאליציי געדראפט דורך מאמע, זאגענדיג אז זי דארף נישט קיין געלט נאר יושר. [265]
- ברוקלין ריכטער פארבאט ארונים זיך רופן קהל יטב לב אויף צייטווייליג. [266] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- אראבער רופן אויסצופארשן חרדישען עולם החסידות מאגאזין, פארן פארשפרייטן ראסיזם. [267]
- זשוס פאר זשיסעס פייטן צוריק זשעקי מעיסאן. [268]
- על סאלוואדאר רוקט עמבעסי פון ירושלים קיין תל אביב. [269] (ארכיווירט 01.10.2007 ביי דער Wayback Machine)
- מאנסי: דעמאקראט פרוי פארבלייבט אויף אינדעפענדס ליניע. [270] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ספרי תורה גערעטעוועט פון העליש פייער וואס פארניכטעט קאנסערוועטיוו שול אין ניו זערסי. [271]
- בעיס באל: אידן אטעמען אפ מיט כבוד און שטאלץ נאכעדם וואס די מעטס נעמן אויף אידישען געלונגענעם סםארטלער: זשאן גרין. [272]
- ראסיזם אין ירושלים: ספרדישע חרדישע פאטער שטארבט פון הארץ אטאקע נאכן הערן אז מען נעמט נישט אן זיין טאכטער אין סעמינאר. איבער 400 עלטערן גיין דורך די זעלבע צרה. [273]
- נייע טעכנאלאגיע: קאמערא פאטאגראפירט אונטער די בגדים. [274] (ארכיווירט 02.09.2006 ביי דער Wayback Machine)
פרייטאג ב' דר"ח אלול (אוגוסט 25)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- באקאנטער אידישער קאמעדיען דזשעקי מעסאן קלאגט די קריסטליכע אידן פאר יוזל גרופע אין געריכט פאר צוויי מיליאן דאלאר, פארן אים נוצן אין זייער מיסיאנערישע ליטעראטור. [275]
- פיאנערישער אידישער בלאג חאסידיק רעבעל בעט זיינע ליינער אויפצובויען אידישע וויקיפעדיע, קריטיקירט זיינע קעלעגע'ס פארן איגנארירן אזא היסטארישער פריעקט צו ברענגן פרייהייט פון ווארט פאר חסידישע אידיש רעדענדע געזעלשאפט. [276]
- זארג אין צפון ארץ ישראל: יו.ען. אינטערנאציאנעלע גוי'אישע כוח וועט פארפלייצן לאנד מיט זנות. [277]
- קעטסקילס: אידן וואס זענען פארבלאנזשעט געטראפן געווארן געזונט. [278] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- געוועזענער אידישער ווייסן הויז ווארטזאגער ארי פליישער שרייבט בריוו צו געוועזענער דעמאקראט ליבעראלער פרעזידענט זשימי קארטער. [279]
- היסטאריע געבראכן ביי פרומע שול אין וועסט סייד מאנהעטן וואס שטעלן א פרוי אלס רבי און ראש הקהל. אויף רוחניות. [280]
- דראמא אין ברוקלין: שומרים פון קרוין הייטס מיט די הילף פון שומרים אין וויליאמסבורג כאפן שווארצער אינג וואס באפאלט צוויי אידן. איינס פון די באטרעפנדע איז אליין א וואלענטור און אויך דער בלאגער פון קרוין הייטס און חבד נייעס קרוין הייטס אינפא. [281] (ארכיווירט 28.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- קרוין הייטס: בילדער פון כאפצעם אויף גרופע שווארצע וואס פריווען בארויבן איד. [282] (ארכיווירט 28.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- היטלער רעסטוראנט אין אינדיע טוישט איר נאמען נאך דרוק פון אידישע גרופעס. [283]
- ווידעראמאל: 3 ברסלב חסידים ארעסטירט פארן אריינגיין אין קבר יוסף הצדיק אין שכם. [284]
- אסטראנאמיע: פלוטא אראפגענידערט פון איר ביז איצטיגער שטאנד אלס פלאנעט. [285]
- ארץ ישראל פירט דעם וועג אויף סטעם סעל ריסערטש. [286] (ארכיווירט 01.04.2007 ביי דער Wayback Machine)
- מאנראו קנאי פרובירט שטערן די וואלן אין קרית יואל איבער די קרית יואל פובליק סקול וואס איז לויט געוויסע עבודה זרה. [287] (ארכיווירט 13.03.2007 ביי דער Wayback Machine)
- איבערוועגנדע געווינס פאר קרית יואל סקול דיסטריקט באאמטע, אין נעכטיגע וואלן. [288] (ארכיווירט 12.09.2015 ביי דער Wayback Machine)
- אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט פארשט אויב ארץ ישראל האט זיך באנוצט מיט אמעריקאנע באמבעס קעגן אפמאך. [289]
- חבר הכנסת הערט אויס און גלייבט פרוי וואס דערציילט רעיפ און באלעסטיגונג פון פרעזידענט משה קצב. [290]
- משה קצב באשולדיגט חבר הכנסת אין זיין דער שופט מיט אויספארשער צוזאמען. [291]
- קאנאדע: פרעמיער מיניסטער פאנגט אידישע שטימען אוועק פון די ליבעראלן מיט זיין פרא מדינת ישראל פאליסיס. [292]
- אידישע מאנאטליכע אויסגאבע מעלות קומט אויף מיט לייזונג איבער שדכנים פראבלעם וואס פלאגט די חסידישע גאס. [293]
- איטאליע: אידן פארדאמען צייטונג רעקלאמעס וואס פארגלייכט ציונות מיט נאציס. [294]
- ערשט מאל אין היסטאריע: כשרע אייז קרים טראק קורסירט ארום די חסידישע וויליאמסבורגער גאסן. [295]
דאנערשטאג ר"ח אלול ל' אב (אוגוסט 24)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- צוואה פון חוזה המדינה הערצל ווערט איינגעהאלטן נאך 50 יאר: זיינע קינדער'ס ביינער וועלן באגראבן ווערן אין ארץ ישראל. [296]
- היינט איז 77'סטער יארצייט פון קדושי חברון. [297]
- נייער בוך פון דוד אסף, וואס דערציילט נעגעטיווע היסטארישע פאקטן פון גדולי החסידות שווער צו באקומען, נאר פאר גרויס געלט. [298] (ארכיווירט 18.10.2006 ביי דער Wayback Machine)
- כולל אין טאראנטא מאכט מער רעליגיעז לאקאלע אידן און אידישקייט, מיטן אסרן לאנג יעריגער עירוב; חרם אויף ר' נתן סליפקין וויזיט; און פארבאטן פרויען צו זאמלן צדקה. [299]
- רוסלאנד: אידישער גאון אנערקענט פאר זיין שליכטונג אין מאטעמאטיק, זאגט אפ פרייז פון מיליאן דאלער און פון כבוד. [300]
- ר' אברהם פרידמאן רעדאקטאר פון די צייטונג נייעס באריכט קומט אויף מיט פשרה אין סאטמאר מחלוקת: ר' אהרן טייטלבוים רופט ער מהר"א מסאטמאר, און זיין ברודער ר' זלמן לייב טייטלבוים רופט ער מהרי"י מסאטמאר. [301] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- וועטעראן הייד פארק שרייבער לאזט ארויס רומער: נייער יידישער חסידישער וואכן צייטונג גייט ערשיינען, צאמגעשטעלט פון די 2 חרדישע חודש זשורנאלן; די שטערן און צייטשריפט. [302] (ארכיווירט 24.05.2007 ביי דער Wayback Machine)
- פאקס פארכאפטע רעפארטערס רעדן אויף ווידיאו צום ערשטן מאל. [303]